Till innehåll på sidan

Om Sveriges medlemskap i Nato på jiddisch

נאַט"אָ איז אַ מיליטערישער פּאַקט. די וויכטיקסטע אויפֿגאַבע פֿון נאַט"אָ איז צו באַהיטן דעם שלום פֿאַר די מיטגלידער. דאָס טוט מען דורך אי פּאָליטישע, אי מיליטערישע אינטערווענצן. נאַט"אָ פֿאַרזיכערט אַז שוועדן וועט ווערן באַשיצט, אָבער עס זענען אויך דאָ פֿאָדערונגען פֿאַר שוועדן ווי אַ מיטגליד. נאַט"אָ פֿאָדערט אָבער ניט עפּעס פֿון דיר ווי אַן אינדיוויד.

דער גרונט פֿון נאַט"אָ איז דער אַזוי גערופֿענער צפֿון־אַטלאַנטישער אָפּמאַך. דער אָפּמאַך האַלט 14 אַרטיקלען, און אַרטיקל א, ג און ה זענען באַזונדערש וויכטיקע

אַרטיקל א זאָגט אַז נאַט"אָ ווילן קודם־כּל־דבֿר לייזן קאָנפֿליקטן אויף שלומדיקע אופֿנים. נאַט"אָ אַרבעט צו באַהאַלטן דעם שלום אין אײראָפּע און צפֿון־אַמעריקע דער גרונט פֿון דער אַרבעט איז די געמיינזאַמע ווערטן פֿון די מיטגלידער, ווי למשל "פּערזענלעכע פֿרײַהײט", "דעמאָקראַטיע" און "מענטשן־רעכט"

אַרטיקל ג זאָגט אַז די מיטגלידער פֿון נאַט"אָ מוזן קענען מיליטעריש באַשיצן זיך אַלײן און דערצו אויך צוטראָגן צום געמיינזאַמען אַרמײ פֿון נאַט"אָ מיר מוזן, למשל, קענען שטיין אַנטקעגן אַ מיליטערישן אָנגרײַף און האָבן אַ שטאַרקע ציוויל־געזעלשאַפֿט וווּ די וויכטיקסטע זאַכן אַרבעטן אויך אין משך פֿון אַ קריזיס אָדער אַ מלחמה

ַרטיקל ה איז דער באַרימטסטער אַרטיקל. ער זאָגט אַז אַ מיליטערישער אָנגרײַף קעגן אַ מיטגליד פֿון נאַט"אָ איז אַן אָנגרײַף קעגן אַלע מיטגלידער. נאָר, כּדי צו גילטן, מוזן אַלע לענדער שטימען אויף "יאָ" יעדער מיטגליד באַשליסט אַלײן אויב מע זאָל העלפֿן אַן אַנדער מיטגליד וואָס איז אָנגעגריפֿן געוואָרן.

?ווער באַשטימט איבער נאַט"אָ

נאַט"אָ איז אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע וווּ אַלע מיטגלידער באַשטימען צוזאַמען און אַלע מיטגלידער מוזן אויך מסכּים זײַן

די העכסטע באַשליסנדיקע אינסטאַנץ פֿון נאַט"אָ איז דער צפֿון־אַטלאַנטישער ראָט. אינעם ראָט זיצן אַלע אַמבאַסאַדאָרן פֿון די נאַט"אָ־לענדער און יעדער מיטגליד האָט אײן שטים. דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון נאַט"אָ פֿירט אָן מיטן דאָזיקן ראָט

שוועדן אין נאַט"אָ

דער רוסישער מלחמה קעגן אוקראַיִנע איז אַן ערנסטע דראָונג קעגן דער אײראָפּעיִשער זיכערקײט. ווי אַ מיטגליד קריגן שוועדן מיליטערישע פֿאַרזיכערונגען פֿון נאַט"אָ און מיר קענען זיך באַטייליקן אין באַשלוסן. מיר קענען אויך טיפֿער אַרבעטן צוזאַמען מיט די אַנדערע מיטגלידער. אַלע מיטגלידער טראָגן צו מיט אי מיליטערישע, אי געזעלשאַפֿטלעכע רעסורסן צו נאַט"אָ

די געזעלשאַפֿטלעכע קאָאָפּעראַציע מיט נאַט"אָ

אַ שטאַרקע, אויסהאַלטיקע געזעלשאַפֿט איז אַ וויכטיקע טײל מיליטערישער אַרבעט פֿון נאַט"אָ. שוועדן בויט שוין אויף זײַן מיליטער און ציווילשיץ לויט די אינסטרוקציעס פֿון נאַט"אָ. ווי אַ מיטגליד פֿון נאַט"אָ וועט שוועדן ווידער אַרבעטן מיטן ציווילשיץ אויפֿן זעלבן אופֿן ווי פֿריִער, נאָר פֿאָקוסירן נאָך מער אויף קאָאָפּעראַציע מיט נאַט"אָ

די מיליטערישע קאָאָפּעראַציע מיט נאַט"אָ

אין נאַט"אָ פּלאַנירט מען די מיליטערישע אָרגאַניזאַציעס צוזאַמען. די מיטגלידער געניטן זיך אין אײנעם כּדי זיך צוצוגרײטן צו אַ מלחמה. דער שוועדישער מיליטער איז שוין צוגעפּאַסט צו די פּראָצעסן פֿון נאַט"אָ, אי ווען ס'קומט צו טאַקטיק, אי ווען ס'קומט צו באַשיצונג. די נײטיקע פֿאַרענדערונגען האַנדלען זיך וועגן סטראַטעגיעס פֿון ווי אַזוי מע באַשליסט זאַכן אין נאַט"אָ

שטאַרקער צוזאַמען

נאַט"אָ פֿאַרשטאַרקט שוועדן, אי ווען ס'קומט צום ציווילשיץ, אי דעם מיליטער. נאַט"אָ פֿאַרזיכערט אונדזער זיכערקײט און מיר קענען איצט קריגן הילף פֿון 31 אַנדערע לענדער אין משך פֿון אַ מלחמה. ווי אַ מיטגליד קען שוועדן זיך באַטײליקן אין גרעסערע און אַוואַנסירטערע געניטונגען. ס'ווערט צוטריטלעך נײַע אינפֿאָרמאַציע און נאַט"אָ קען אונדז העלפֿן מיטן אַנטוויקלען דער ציווילשיץ

?ווי ווירקט נאַט"אָ אויף מיר

נאַט"אָ פֿאָדערט גאָר ניט פֿון אײנציקע אינדיווידן, מחוץ דער אַזוי גערופֿענער מיליטער־דינסט־פֿליכט וואָס איז שוין פֿאַראַן אין שוועדן

ס'רובֿ מענטשן וועלן ווייניק באַמערקן וואָס מיר זענען איצט אַ מיטגליד פֿון נאַט"אָ. סע וועט זיך אַם מערסטנס האַנדלען וועגן די געניטונגען וואָס שוועדן וועט זיך באַטײליקן אין זײ צוזאַמען מיט די אַנדערע לענדער פֿון נאַט"אָ

טאָמער, איז אײַער אַרבעט װיכטיק פֿאַר דער געזעלשאַפֿט, קען עס זײַן אַז דאָס אײַליק צוגרײטן זיך צום אויפֿבויען דעם ציווילשיץ װעט ווירקן אויף איר און אײַער אַרבעטסאָרט. טאָמער, אַרבעט איר בײַם מיליטער, קען עס זײַן אַז איר מוזט דינען אין אויסלאַנד צוליב דער מיטגלידערשאַפֿט אין נאַט"אָ

?צי וועט די מיטגלידערשאַפֿט אין נאַט"אָ ווירקט אויפֿן מיליטער־דינסט־פֿליכט פֿון שוועדן

נײן. די מיטגלידערשאַפֿט אין נאַט"אָ וועט ניט ווירקן אויפֿן שוועדישן מיליטער־דינסט אָדער דער פֿאָדערונג אַז אַלע שוועדן מוזן העלפֿן דאָס לאַנד אין משך פֿון אַ מלחמה. סע פֿאָדערט פּאָליטישע באַשלוסן כּדי צו פֿאַרענדערן אַזוינע זאַכן. שוועדן באַשליסט ווידער אַלײן וועגן װער װעט דינען אינעם מיליטער און װוּ און װי אַזוי מע פֿירט דורך מיטן דינסט

זיי וואָס זענען ניט פֿאַרשריבן געוואָרן פֿאַר מיליטער־דינסט אָדער ציווילשיץ איז נאָך אַלץ אַ וויכטיקע טײל פֿונעם באַשיצן שוועדן. יעדער אײנער צווישן 16 און 70 יאָר אַלט קען מען אײַנרופֿן אין משך פֿון אַ קריזיס און אַ מלחמה כּדי צו העלפֿן די געזעלשאַפֿט. סע קען זיך למשל האַנדלען וועגן דעם אויסטײלן עסן און װאַסער. מע רופֿט דאָס "אַלגעמײנער דינסט־פֿליכט". אַלץ איז לויט שוועדישע געזעצן און די מיטגלידערשאַפֿט אין נאַט"אָ ווירקט ניט אויף דעם

Senast granskad: 22 mars 2024

Till toppen av sidan